Zog Nit Kein'mol - זאג ניט קיינמאל by Hava Alberstein - חוה אלברשטיין
Zog Nit Kein'mol - זאג ניט קיינמאל by Hava Alberstein - חוה אלברשטיין

Zog Nit Kein’mol - זאג ניט קיינמאל

Hava Alberstein - חוה אלברשטיין * Track #5 On Chava Zingt Yiddish - חוה זינגט יידיש

Zog Nit Kein’mol - זאג ניט קיינמאל Lyrics

זאָג נישט קיינמאָל אַז דו גייסט דעם לעצטן וועג
כאָטש הימלען בלייענע פֿאַרשטעלן בלויע טעג;
קומען וועט נאָך אונדזער אויסגעבענקטע שעה –
ס'וועט אַ פּויק טאָן אונדזער טראָט – מיר זייַנען דאָ!

פֿון גרינעם פּאַלמען-לאַנד ביז ווייַטן לאַנד פֿון שניי
מיר קומען אָן מיט אונדזער פּייַן, מיט אונדזער וויי
און וווּ געפֿאַלן איז אַ שפּריץ פֿון אונדזער בלוט
שפּראָצן וועט דאָרט אונדזער גבֿורה אונדזער מוט

ס’וועט די מאָרגן-זון באַגילדן אונדז דעם הייַנט
און דער נעכטן וועט פֿאַרשווינדן מיטן פֿייַנט
נאָר אויב פֿאַרזאַמען וועט די זון אין דעם קאַיאָר –
ווי אַ פּאַראָל זאָל גיין דאָס ליד פֿון דור צו דור

דאָס ליד געשריבן איז מיט בלוט און ניט מיט בליי
ס'איז ניט קיין לידל פֿון אַ פֿויגל אויף דער פֿרייַ
דאָס האָט אַ פֿאָלק צווישן פֿאַלנדיקע ווענט
דאָס ליד געזונגען מיט נאַגאַנעס אין די הענט

טאָ זאָג ניט קיינמאָל אַז דו גייסט דעם לעצטן וועג
כאָטש הימלען בלייענע פֿאַרשטעלן בלויע טעג
קומען וועט נאָך אונדזער אויסגעבענקטע שעה –
ס'וועט אַ פּויק טאָן אונדזער טראָט – מיר זייַנען דאָ!

Zog Nit Kein’mol - זאג ניט קיינמאל Q&A

Who wrote Zog Nit Kein’mol - זאג ניט קיינמאל's ?

Zog Nit Kein’mol - זאג ניט קיינמאל was written by Hirsh Glick & Avraham Shlonsky - אברהם שלונסקי.

Your Gateway to High-Quality MP3, FLAC and Lyrics
DownloadMP3FLAC.com