Kinder Yoren - קינדער יארן Lyrics

קינדער-יאָרן, זיסע קינדער-יאָרן
אייביק בלייַבט איר וואַך אין מייַן זיכּרון!
ווען איך טראַכט פֿון אייַער צייַט
ווערט מיר אַזוי באַנג און לייַד -
אוי, ווי שנעל בין איך שוין אַלט געוואָרן!

נאָך שטייט מיר דאָס שטיבל פֿאַר די אויגן
וווּ איך בין געבוירן, אויפֿגעצויגן
אויך מייַן וויגל זע איך דאָרט
שטייט נאָך אויף דעם זעלבן אָרט -
ווי אַ חלום איז דאָס אַלץ פֿאַרפֿלויגן

און מייַן מאַמע - אַך, ווי כ'פֿלעג זי ליבן
כאָטש זי האָט אין חדר מיך געטריבן;
יעדער קניפּ איז פֿון איר האַנט
מיר נאָך אַזוי גוט באַקאַנט
כאָטש קיין צייכן איז מיר נישט פֿאַרבליבן

נאָך זע איך דיך, פֿייגעלע, דו שיינע
נאָך קוש איך די רויטע בעקלעך דייַנע
דייַנע אויגן, פֿול מיט חן
דרינגען אין מייַן האַרץ אַרייַן -
כ'האָב געמיינט, דו וועסט אַ מאָל זייַן מייַנע

קינדער-יאָרן - יונגע, שיינע בלומען!
צ'ריק צו מיר וועט איר שוין מער נישט קומען;
יאָרן אַלטע, טרויעריקע
קאַלטע, מרה-שחורהדיקע
האָבן אייַער שיינעם פּלאַץ פֿאַרנומען

קינדער-יאָרן, כ'האָב אייַך אָנגעוווֹירן!
מייַן געטרייַע מאַמען אויך פֿאַרלוירן;
פֿון דער שטוב נישטאָ קיין פֿלעק
פֿייגעלע איז אויך אַוועק -
אוי, ווי שנעל בין איך שוין אַלט געוואָרן

Kinder Yoren - קינדער יארן Q&A

Who wrote Kinder Yoren - קינדער יארן's ?

Kinder Yoren - קינדער יארן was written by Mordechai Gebirtig.

Your Gateway to High-Quality MP3, FLAC and Lyrics
DownloadMP3FLAC.com