Reizele - רייזעלע Lyrics

שטייט זיך דארט אין געסעלע
שטיל פֿארטראכט א הייזעלע
דרינען אויפֿן בוידעם-שטיבל
וווינט מײן טייער רייזעלע
יעדן אוונט פֿארן הײזל
דריי איך זיך ארום
כ´גיב א פֿייף, און רוף אויס : רייזל
קום, קום, קום!
עפֿנט זיך א פֿענצטערל
וואכט אויף ס´אלטע הייזעלע
און באלד קלינגט אין שטילן געסל
א זיס קול, ס´רעדט רייזעלע :
- נאך א ווײלע ווארט, מיין ליבער
באלד וועל איך זיין פֿריי
גיי זיך נאך א פאר מאל איבער -
איינס, צוויי, דריי !
גיי איך מיר א פֿריילעכער
זינג און קנאק מיר ניסעלעך
הער איך אויף די טרעפלעך שפרינגען
אירע דראבנע פֿיסעלעך
שוין אראפ פֿון לעצטן טרעפל
כ´נעם זי ליב ארום
כ´גיב איר שטיל א קוש אין קעפל -
קום, קום, קום !
- כ´וויל דיך בעטן, דודל
זאלסט ארויף נישט פֿייפֿן מער
- הערסט, ער פֿייפֿט שוין - זאגט די מאמע
זי איז פֿרום, ס´פֿאדריסט זי זייער
פֿייפֿן, זאגט זי, איז נישט ײידיש
ס´פאסט נאר בלויז פֿאר זיי…
גיב א צייכן פראסט אויף ײידיש -
איינס, צוויי, דריי !
- כ´וועל פֿון היינט נישט פֿײפֿן מער
דרויף גיב איך א שבֿועהלע -
דיר צוליב וועל איך אפֿילו
ווערן פֿרום, מײן צנועהלה
כ´וועל זײן ווען דו ווילסט נאר, רייזל
ווי דײן מאמע פֿרום
יעדן שבת גיין אין קלייזל -
קום, קום, קום !
- כ´גלייב עס דיר, מײן ליבינקער
און דערפֿאר דיר, דודל
שטריק איך א שיין תפילין-זעקל
מיט א מגן-דודל
ווען געפֿעלן ס´וועט אין קלייזל
זאגן זאלסטו זיי:
- ס´האט געשטריקט מיין ליבע רייזל -
איינס, צוויי, דריי !
- כ´דאנק פֿאר דײן מתנה´לה
כ´ליב אזוי דיך, רייזעלע !
כ´ליב דײן מאמען, כ´ליב דאס געסל
כ´ליב דאס אלטע הײזעלע
כ´ליב די שטיינדלעך לעבן הייזל -
טרעטסט אויף זיי ארום
הער, דײן מאמע רופֿט שוין: רייזל
קום, קום, קום !
גיי איך מיר א פֿריילעכער
זינג און קנאק מיר ניסעלעך
הער איך אויף די טרעפלעך לויפֿן
אירע דראבנע פֿיסעלעך -
ווידער שטייט פֿארטראכט דאס הײזל
ס´געסל - ווידער שטום
קום צו מיר אין חלום, רייזל
קום, קום, קום !

Reizele - רייזעלע Q&A

Who wrote Reizele - רייזעלע's ?

Reizele - רייזעלע was written by Mordechai Gebirtig.

Your Gateway to High-Quality MP3, FLAC and Lyrics
DownloadMP3FLAC.com