Hava Alberstein - חוה אלברשטיין
Hava Alberstein - חוה אלברשטיין
Hava Alberstein - חוה אלברשטיין
Hava Alberstein - חוה אלברשטיין
Hava Alberstein - חוה אלברשטיין
Hava Alberstein - חוה אלברשטיין
Hava Alberstein - חוה אלברשטיין
Hava Alberstein - חוה אלברשטיין
Hava Alberstein - חוה אלברשטיין
Hava Alberstein - חוה אלברשטיין
Hava Alberstein - חוה אלברשטיין
Hava Alberstein - חוה אלברשטיין
אַ מאָל איז געווען אַ מעשׂה
אַ מאָל איז געווען אַ מעשׂה
די מעשׂה איז גאָר ניט פֿריילעך:
די מעשׂה הייבט זיך אָנעט
מיט אַ ייִדישן מלך
ליולינקע, מײַן פֿייגעלע
ליולינקע, מײַן קינד;
כ'האָב אָנגעוואָרן אַזאַ ליבע –
וויי איז מיר און ווינד!
אַ מאָל איז געווען אַ מלך
דער מלך האָט געהאַט אַ מלכּה
די מלכּה האָט געהאַט אַ ווײַנגאָרטן –
ליולינקע, מײַן קינד !
ליולינקע, מײַן פֿייגעלע
ליולינקע, מײַן קינד;
כ'האָב אָנגעוואָרן אַזאַ ליבע –
וויי איז מיר און ווינד!
אין ווײַנגאָרטן איז געווען אַ ביימעלע
דאָס ביימעלע האָט געהאַט אַ צווײַגעלע
אויפֿן צווײַגעלע איז געווען אַ נעסטעלע
אין נעסטעלע האָט געלעבט אַ פֿייגעלע
ליולינקע, מײַן פֿייגעלע
ליולינקע, מײַן קינד;
כ'האָב אָנגעוואָרן אַזאַ ליבע –
וויי איז מיר און ווינד!
דער מלך איז אָפּגעשטאָרבן
די מלכּה איז געוואָרן פֿאַרדאָרבן
דאָס צווײַגעלע איז אָפּגעבראָכן
דאָס פֿייגעלע פֿון נעסט אַנטלאָפֿן...
ליולינקע, מײַן פֿייגעלע
ליולינקע, מײַן קינד;
כ'האָב אָנגעוואָרן אַזאַ ליבע –
וויי איז מיר און ווינד!
וווּ נעמט מען אַזאַ לייטער
די לענג פֿון טויזנט איילן?
וווּ נעמט מען אַזאַ חכם
ער זאָל קענען די שטערן ציילן?
ליולינקע, מײַן פֿייגעלע
ליולינקע, מײַן קינד;
כ'האָב אָנגעוואָרן אַזאַ ליבע –
וויי איז מיר און ווינד!
וווּ נעמט מען אַזאַ חכם
ער זאָל קענען מײַנע וווּנדן ציילן?
וווּ נעמט מען אַזאַ דאָקטער
ער זאָל קענען מײַן האַרץ היילן?...