Hava Alberstein - חוה אלברשטיין & Mike Burstyn - מייק בורשטיין
Hava Alberstein - חוה אלברשטיין
Hava Alberstein - חוה אלברשטיין & Mike Burstyn - מייק בורשטיין
Hava Alberstein - חוה אלברשטיין & Mike Burstyn - מייק בורשטיין
חנהלע, מײַן לעבן, חנהלע, דו מײַן
כ׳װיל דו זאָלסט דאָס רעטעניש
מיר געבן צו פֿאַרשטײן–
װען דו קומסט מיר אױפֿן זינען
מעגן רױשן די מאַשינען
מעג דאָס ביגלאײַזן װערן קאַלט
האָב איך אַזױ ליב און גערן
שעהן לאַנג פֿון דיר צו קלערן
כ׳זע פֿאַר מיר דײַן טײַער ליב געשטאַלט
– נחומל, מײַן לעבן, נחומל, דו מײַן
איך װעל באַלד דאָס רעטעניש
דיר געבן צו פֿאַרשטײן:
דאָס באַװײַזט דו האָסט מיך גערן
דאָך בײַם נײען פֿון מיר קלערן
דאָס װעט נישט קײן טובֿה זײַן פֿאַר מיר
װען פֿאַרנעמען כ׳װעל דײַן זינען
װעסטו קױם אױף ברױט פֿאַרדינען
און איך װעל דאַן הונגערן בײַ דיר
– חנהלע, מײַן לעבן, חנהלע, דו מײַן
װאָס איז פֿאַר אַן ענטפֿער
איך קען דיך נישט פֿאַרשטײן:
כ׳רעד פֿון ליבע, מיטן דרינען
קומסטו װעגן ברױט פֿאַרדינען
אױב דו שרעקסט אַזױ זיך פֿאַר דער נױט
װעל איך קױפֿן צװײ מאַשינען
דו װעסט העלפֿן מיר פֿאַרדינען
און זײַ זיכער, ס׳װעט זײַן תּמיד ברױט
– נחומל, מײַן לעבן, נחומל, דו מײַן
האָסט זיך איצט באַקומען
איך קען דיך שױן פֿאַרשטײן–
װעסט בײַ מיר דאָס נישט אױספֿירן
כ׳װיל בײַ דיר זיך נישט רויׅנירן
שױן גענוג געפּלאָגט זיך און גענײט!
כ׳װיל פֿאַסטריגעס מער נישט ציען
יונגערהײט בײַ דיר פֿאַרבליִען
איך װיל לעבן און געניסן פֿרײד
– חנהלע, מײַן לעבן, חנהלע, דו מײַן
האָסט אַצינד שױן טענות
װאָס װעט דערנאָכטן זײַן–
געלט, נאָר געלט װעסטו באַגערן
און דאָס לעבן מיר צעשטערן
װען פֿאַרדינען כ׳װעל נישט אַזױ פֿיל
דאָ אַ הוט און דאָ אױף קלײדער–
און איך בין דאָך נאָר אַ שנײַדער
כ׳זע אַרױס ס׳װעט זײַן אַ טרױעריק שפּיל
– נחומל, מײַן לעבן, נחומל, דו מײַן
ביסט געװען מײַן חתן
מײַן מאַן װעסטו נישט זײן