ס׳האָט, מלכּהלע, דער קאַרשנבױם
אין גאָרטן זיך צעבליט –
איך װײס, דער אַלטער קאַרשנבױם
װיל װערן הײַנט אַ ליד
איך עפֿנט אױף דאָס פֿענצטער שטיל
און זע – אַ פֿױגל פֿליט –
איך װײס דער פֿױגל צו דער זון
װיל װערן הײַנט אַ ליד
איך הױב די אױגן אױף און זע
אַ זילבער־װאָלקן ציט –
איך װײס דער װאָלקן בײַ דער זון
װיל װערן הײַנט אַ ליד
און אַלץ װאָס אָטעמט, לאַכט און בליט
דער פֿױגל און דער װינט
דער בלינדער בעטלער אױפֿן ראָג
די מאַמע און דאָס קינד
דער קױמענקערער אױפֿן דאַך
דער אַלער מילעך־ייִד
דאָס בלומען – מײדל אױפֿן מאַרק
– זײ װילן װערן ליד
די פּען אין טינטער פֿיבערט, װאַרט
און ציט זיך צו מײַן האַנט –
און איך – איך טראַכט איצט װעגן דיר
דאָרט אין דעם װײַטן לאַנד
איך הױב די אױגן אױף און זע
אַ זילבער־װאָלקן ציט –
איך װײס דער װאָלקן בײַ דער זון
װיל װערן הײַנט אַ ליד
און אַלץ װאָס אָטעמט, לאַכט און בליט
דער פֿױגל און דער װינט
דער בלינדער בעטלער אױפֿן ראָג
די מאַמע און דאָס קינד
איך זע דיך בײַ דער נײמאַשין
אַ חלום אױף דער װאַר
און ס׳בליצט אַ גאָלדענע פּאַסמע זון
אין דײַנע שװאַרצע האָר
זי גײט צו דיר אַרײַן אין שטוב
מיט שטילע, פֿרומע טריט
און מלכּהלע די שײנע, זע –
דו ביסט געװאָרן ליד
איך הױב די אױגן אױף און זע
אַ זילבער־װאָלקן ציט –
איך װײס דער װאָלקן בײַ דער זון
װיל װערן הײַנט אַ ליד
און אַלץ װאָס אָטעמט, לאַכט און בליט
דער פֿױגל און דער װינט
דער בלינדער בעטלער אױפֿן ראָג
די מאַמע און דאָס קינד
ס׳האָט, מלכּהלע, דער קאַרשנבױם
אין גאָרטן זיך צעבליט –
און מלכּהלע די שײנע, זע –
דו ביסט געװאָרן ליד
Malkale - מלכהלע was written by Itsik Manger - איציק מנגר.